A rare opportunity to study the works of the 
 Grandfather of Yiddish Literature
completely in Yiddish
logo of Yidish-lige/Afn shvel
לאָמיר לייענען און לערנען אַ בלאַט מענדעלע
אונטער דער הדרכה פֿון פּראָפֿ' אַבֿרהם  נאָווערשטערן

Abramovitsh/Mendele 

WHAT: All-day (+ evening) Yiddish seminar,  "Let's study a page of Mendele" with Professor Avraham Novershtern
WHEN:  Sunday, December 3rd, 2017, 9:00 A.M. - 5 P.M.
The program begins Saturday night, December 2nd, at 7:00 P.M. with a showing of the film The Light Ahead ( Fishke der Krumer) followed by a discussion led by Dr. Marc Caplan.
WHERE: 115-125 West 30th St., Suite 1101, New York City
WHO: All who are ready to study and discuss Abramovitsh's work completely in Yiddish.
COST: Tuition $70
Members of the League for Yiddish $45
Full-time students: $30

Maximum: 20 participants

ADVANCE PREPARATION REQUIRED.

TO REGISTER: Contact [email protected]
Registration deadline: November 15.

This seminar is generously funded by the Omega Foundation, 
 Itsik (Jonathan) Sunshine and the Cimet Singer Family.
וואָס: גאַנצטאָגיקער (+ אָוונט) ניו־יאָרקער ייִדיש־סעמינאַר

לאָמיר לייענען און לערנען אַ בלאַט מענדעלע
מיט פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן

ווען: זונטיק, דעם 3טן דעצעמבער 2017, 9 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 5 אַ זייגער אין אָוונט
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן שבת צו נאַכטס, דעם 2טן דעצעמבער, 7 אַ זייגער אין אָוונט,  מיטן  פֿילם באַזירט אויף פֿישקע דער קרומער
The Light Ahead 
.מיט אַ דיסקוסיע אָנגעפֿירט פֿון ד"ר מאַרק קאַפּלאַן

וווּ: 115־125 וועסט 30סטע גאַס, דירה 1101, ניו־יאָרק, נ"י

 :ווער
אַלע וואָס זײַנען גרייט זיך צו פֿאַרטיפֿן ֿאין אַבראַמאָוויטשן און רעדן וועגן אים, אין גאַנצן אויף ייִדיש. י

שׂכר־לימוד: 70 דאָלאָר
  מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־ליגע 45 דאָלאָר
 סטודענטן 30 דאָלאָר

:כּדי זיך צו רעגיסטרירן

מאַקסימום: 20 באַטייליקטע

מע וועט זיך דאַרפֿן צוגרייטן אין פֿאָרויס.י

רעגיסטראַציע־טערמין: דעם 15טן נאָוועמבער

,דער סעמינאַר ווערט ברייטהאַרציק געשטיצט פֿון דער אָמעגאַ־פֿונדאַציע
איציק סאָנשײַן, און דער משפּחה סימעט זינגער


לאָמיר לייענען און לערנען אַ בלאַט מענדעלע
אונטער דער הדרכה פֿון פּראָפֿ ' אַבֿרהם נאָווערשטערן



ש.־י. אַבראַמאָוויטש איז אַוועק אין דער אייביקייט סוף 1917, בײַם אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה סײַ אין דער ברייטערער וועלט און סײַ אין ייִדישן לעבן. כּדי צו באַצייכענען זײַן הונדערטסטן יאָרצײַט וועלן מיר זיך טרעפֿן און און זיך פֿאַרטיפֿן אין צוויי פֿון זײַנע צענטראַלע ווערק: י

איינס: דער אַרײַנפֿיר צו שלמה ר' חיימס 
וועט אונדז דינען כּדי אַרײַנצובליקן אין דעם קאָמפּליצירטן פֿאַרנעם פֿון דער געשטאַלט מענדעלע אין אַבראַמאָוויטשעס ווערק, און פֿאַרשטיין זײַן שאַפֿן אויפֿן טרעפֿפּונקט צווישן דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט און דעם מאָדערנעם לעבן, צווישן שטעטל און דער גרויסער שטאָט. י

  צוויי: פֿישקע דער קרומער
איז איינס פֿון אַבראַמאָוויטשעס צענטראַלע ווערק, מיט קאָמפּליצירטן געבוי און אַ לאַנגער שאַפֿערישער געשיכטע, וואָס זענען אַ כּסדרדיקער אַרויסרוף פֿאַר יעדן לייענער: וויִ אַזוי זאָל מען פֿאַרשטיין דעם פֿאַרפֿלעכט אין איין ווערק צווישן צוויי הויפּטגעשטאַלטן - מענדעלע מוכר־ספֿרים, וואָס פֿאָרט אַרום איבער ייִדישע שטעט און שטעטלעך מיט זײַנע ספֿרים און ביכלעך און באַטראַכט זײַן אַרום מיט אַן איראָנישן בליק, און פֿישקע, דעם כּמו־נאַיִווער העלד וואָס געפֿינט זיך אויפֿן ראַנד פֿון דער אונטערוועלט? י

אַבֿ רהם נאָווערשטערן איז עמעריטירטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און דער דירעקטאָר פֿון בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ. אין 2015 איז אַרויס זײַן פֿאַרנעמיק בוך כאן גר העם היהודי: ספֿרות יידיש בארצות הברית, [דאָ וווינט דאָס ייִדישע פֿאָלק: די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע] אַן אַנאַליז פֿון דעם גאַנג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע במשך אַ יאָרהונדערט, אירע צענטראַלע שאַפֿערס און ווערק.י

LET'S STUDY A PAGE OF MENDELE
A Seminar with Professor Avraham Novershtern

T he writer Sh.Y. Abramovitsh (Mendele Moykher-Sforim) died at the end of 1917, at the beginning of a new era both for the world at large and for Yiddish literature. In order to mark his hundredth yortsayt we will immerse ourselves in two of his most central works.

1. The introduction to Shloyme Reb Khaim's will enable us to look closely at the complicated scope of the figure of Mendele Moykher-Sforim in Abramovitsh's oeuvre, and to understand his work at the intersection between the traditional Jewish world and modern life, between the shtetl and the big city.

2. Fishke der Krumer is one of Mendele's central works, with a complicated structure and a long textual history which are a continual challenge for readers: How should one understand the interweaving in one work of two main figures -Mendele Moykher-Sforim who travels around to Jewish cities and towns and observes his surroundings with an ironic eye, and Fishke the Lame, the quasi-naive hero who is at the margins of the underworld?

Avraham Novershtern is professor  emeritus of Yiddish literature at the Hebrew University in Jerusalem and the director of Beit Shalom Aleichem in Tel Aviv.
His comprehensive book  Here Dwells the Jewish People: Yiddish Literature in  America, an analysis of a century of the development of Yiddish literature in America, its central creators and works was published in 2015. 

League for Yiddish/Afn Shvel
64 Fulton St., Suite 1101
New York, NY 10038
212-889-0380

STAY CONNECTED: