All-Yiddish seminar with Dr. David E. Fishman, 
author of The Book Smugglers
winner of the National Jewish Book Award 

logo of Yidish-lige/Afn shvel
 
עיר הספֿר: די ווילנער ייִדישע קולטור-אוצרות 
און זייער דראַמאַטישע הצלה 
בעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה


WHAT: All-day Yiddish seminar,  "The City of the Book: The Jewish 
David E. Fishman
Cultural Treasures of Vilna and Their Dramatic Rescue During and After WWII" 
WHO: Dr. David E. Fishman, Professor of Jewish History, Jewish Theological Seminary 
Musical program: Songs of Vilna and the Vilna Ghetto with Josh Waletzky
WHEN:  Sunday, April 22, 2018, 9:00 A.M. to 6:30 P.M.
WHERE: Ansche Chesed Synagogue, 251 W. 100th St., New York City
PARTICIPANTS: All who are interested in studying and discussing this topic in Yiddish
COST: Tuition $70
Members of the League for Yiddish $45
Full-time students: $30

ADVANCE PREPARATION REQUIRED.

TO REGISTER: Contact  [email protected]
Registration deadline: April 10, 2018.



:וואָס
 אַ טאָג ייִדיש: גאַנצטאָגיקער ניו־יאָרקער ייִדיש־סעמינאַר

עיר הספֿר: די ווילנער ייִדישע קולטור-אוצרות, און זייער
  דראַמאַטישע הצלה בעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה

 :ווער
ד"ר דוד־אליהו פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע, ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר

מוזיקאַלישע פּראָגראַם: לידער פֿון ווילנע  און ווילנער געטאָ מיט
דזשאַש  וואַלעצקי

ווען: י
זונטיק, דעם 22סטן אַפּריל 2018
נײַן אַ זייגער אין דער פֿרי ביז האַלב זיבן אין אָוונט

וווּ: קהילת אנשי חסד 251
וועסט 100סטע גאַס , ניו־יאָרק, נ"י

באַטייליקטע:י
אַלע וואָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע און רעדן וועגן איר, אין גאַנצן אויף ייִדיש.י

:שׂכר־לימוד
70 דאָלאָר
  מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־ליגע - 45 דאָלאָר
 סטודענטן - 30 דאָלאָר

:כּדי זיך צו רעגיסטרירן

מע וועט זיך דאַרפֿן צוגרייטן אין פֿאָרויס. י

רעגיסטריר־טערמין: דעם 10טן אַפּריל


עיר הספֿר: די ווילנער ייִדישע קולטור-אוצרות 
און זייער דראַמאַטישע הצלה 
בעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה

אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָט די שטאָט ווילנע געקראָגן אַ צונאָמען "ירושלים דייִדיש". דער
סעמינאַר וועט זיך אָנהייבן מיט אַן אַנאַליטישער אָפּשאַצונג פֿון ווילנע ווי אַ ייִדישער קולטור־צענטער צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. נאָך דעם, וועלן מיר זיך פֿאַרנעמען מיט דער הצלה־אַרבעט פֿון דער "פּאַפּיר־בריגאַדע" אויסצובאַהאַלטן ייִדישע קולטור־אוצרות פֿון די דײַטשן. צום סוף וועלן מיר באַרטראַכטן די ניט־ווייניקער העלדישע מעשׂים פֿון די ניצול־געוואָרענע מיטגלידער פֿון דער בריגאַדע, נאָך דער מלחמה, בײַם אויסגראָבן די אוצרות און זיי אַרויסשמוגלען פֿון  סאָוועטן־פֿאַבאַנד אויף דער פֿרײַ. י

דער סעמינאַר וועט זיך באַנוצן מיט ערשטיקע מקורים אויף ייִדיש (הערמאַן קרוקס טאָגבוך, אַבֿרהם סוצקעווער און שמערקע קאַטשערגינסקיס ביכער וועגן ווילנער געטאָ א"אַ), און וועט באַטראַכטן די "פּאַפּיר־בריגאַדע" אינעם ברייטערן קאָנטעקסט פֿון ווילנער געטאָ און דער סאָוועטן־מאַכט אין
ווילנע נאָך דער מלחמה. י


דוד־אליהו פֿישמאַן איז פראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק. אַחוץ זײַנע ענגליש־שפּראַכיקע ווערק וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, האָט ער אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכער אויף ייִדיש: פֿיר בענד פֿון דער נײַער סעריע ייִוואָ־בלעטער און אַ באַנד ייִדיש־שפּראַכיקע דרשות און כּתבֿים פֿון הרבֿ יוסף דובֿ הלוי סאָלאָווייטשיק. פֿישמאַנס נײַ בוך
The Book Smugglers: Poets, Partisans, and the Race to Save Jewish Treasues from the Nazis  האָט געוווּנען די נאַציאָנאַלע ביכער־פּרעמיע פֿאַר אַ ווערק וועגן דער חורבן־טעמאַטיק. י

THE CITY OF THE BOOK
The Jewish Cultural Treasures of Vilna  and 
Their Dramatic Rescue During and After WWII

In the twentieth century the city of Vilna received the nickname "Jerusalem of Yiddish." The seminar will begin with an analytical appraisal of Vilna as a center of Yiddish culture between the two world wars. After that, we will focus on the rescue work of the "Paper Brigade" in hiding Jewish cultural treasures from the Germans. Finally, we will consider the equally heroic deeds of the surviving members of the Brigade after the war, in terms of unearthing the treasures and smuggling them out of the Soviet Union to the free world.

The seminar will make use of Yiddish primary sources (Herman Kruk's diary, Avrom Sutzkever's and Shmerke Kaczerginski's books about the Vilna Ghetto, among others), and will consider the "Paper Brigade" in the broader context of the Vilna Ghetto and Soviet power in Vilna after the war.

 
David E. Fishman is professor of Jewish history at the Jewish Theological Seminary of New York. In addition to his books in English on the history and culture of the Jews in Eastern Europe such as  The Rise of Modern Yiddish Culture , (2005), he has published a number of books in Yiddish: four volumes of the
YIVO-Bleter (new series) and  Yiddish Drashos and Writings of Rabbi Joseph B Soloveitchik . Fishman's new book The Book Smugglers: Poets, Partisans, and the race to Save Jewish Treasures from the Nazis won the National Jewish Book Award in 2017 for a work on the Holocaust. 

League for Yiddish/ Afn Shvel
64 Fulton St., Suite 1101
New York, NY 10038
212-889-0380

STAY CONNECTED: