וחישב עם קונהו
נייעס אפדעיט  
טבת תשע"ט

צו אייך טייערע קליענטן, די צוקונפטיגע תושבים פון שכונת ויואל משה

שלום וברכה

מיר ווילן אייך מיט טיילן די פארשריט אין אפדעיטס איבער אייער
צוקונפטיגע רחבות׳דיגע דירות אינעם מייאסטעיטישע ויואל משה פראיעקט

קאנסטראקשען נייעס

אין די לעצטע פאר וואכן זעצט פאר מיט א גלאפירנדע שנעלקייט די פאנדעישענס ארבעט און מיר האבן שוין ב״ה געלייגט נאך עטליכע פאנדעישענס פאר נאך צענדליגער דירות, און אויסגעפלאסטערט נאך גרויסע חלקים פון די ברייטע ראודס 


אינפעסטרוקטור נייעס

די לעצטע טעג איז אנגעקומען ריזיגע שיפמענטס פון פייפס פאר די מעכטיגע דרעינדזש סיסטעם און צענדליגער טרעילערס מיט די דרעינידזש סטרוקטור, וואס ווערט אהערגעשטעלט פארן געברויך פון אזא ריזן פאריעקט
מיר האפן בעז״ה אין די נאנטע טעג אנצוהייבן ארבעטן אויף די דרעינידזש סיסטעם

מארגעדזש נייעס

אין די לעצטע טעג האבן מיר ארויסגעשיקט פאר די צוקונפטיגע תושבים פון די ערשטע פאזע די פריידיגע מעלדונג איבער די צוויי מארגעדזש פירמעס מיט וועמען מען וועט קענען נעמען מארגעדזשעס פאר די שכונת ויואל משה דירות, יעדע פירמע האט זיך זייער אייגנארטיקייטן וויאזוי זיי אפערירן און דאס ארבייטן עקסקולסיוו מיט געציילטע פירמעס, פארשנעלערט גאר שטארק דער מארגעדזש פארצעדור און איז א געוואלדיגע מעלה סיי פאר אייך חשובע קאסטומער און ווי אויך פאר אונזער אפיס

ביידע פירמעס זענען ברייט באקאנט מיט אירע העפליכע קאסטומער סערוויס און זענען גרייט אייך ארויסצוהעלפן מיט סיי וועלעכע פראגעס בנוגע די מארגעדזשעס

ישר כח
און מיר האפן בקרוב אייך צו מעלדן פרישע און פריידיגע אפדעיטס