ווילנע פֿון צווייטן דור - אַ בליק דורך מײַנע אויגן
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט
אלי שאַרפֿשטיין
אלי שאַרפֿשטיין, אַ זון פֿון אַקטיווע ווילנער ייִדישע טעאַטער־קינסטלער וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, האָט אָנגעשריבן זײַנע זכרונות און דערציילונגען אין ביכער ווי מײַן ווילנער זאַוווּליק און דער זעלנער שלאָפֿט, און די דינסט גייט ווײַטער: בילדער פֿון דער רוסישער אַרמיי, וואָס וועט בקרובֿ אַרויס. מיר וועלן מיט אים שמועסן וועגן ווילנע נאָכן חורבן, אין די פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן. שאַרפֿשטיין איז אויך דער מחבר פֿון פּלוצעם ייִדיש, אַן עלעקטראָניש פּאָעזיע־ביכל וואָס טראָגט אַ טיף פּערזענלעך קול פֿון אַ ווילנער געוואַקסענעם. דורך דעם אינטערוויו וועלן מיר הערן פֿון זײַנע זכרונות און לייענען געקליבענע שטיקלעך פֿון זײַנע שאַפֿונגען.
מאָנטיק, דעם 13טן יאַנואַר 2025/י״ג טבֿת, תּשפּ״ה
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/1137662772979
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
|