די כּלי־זמר־טראַדיציע אין ארץ־ישׂראל
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט דעם באַקאַנטן כּלי־זמר, אַקטיאָר און קולטור־טוער
אַבֿרהם־לייב (אַבֿרום) בורשטיין
מיר וועלן רעדן וועגן דער ירושלימער און מירונער כּלי־זמר־טראַדיציע; דער השפּעה פֿון חסידישע ניגונים אויף דער כּלי־זמר־וועלט; דעם אָרט פֿון כּלי־זמר־מוזיק אין דער חסידישער וועלט, און אין ברעסלעווער חסידות בפֿרט. מיר וועלן אויך אַרומרעדן בורשטיינס אייגענע געשיכטע: ווי ער האָט אויפֿגעשטעלט אַ נײַעם דור כּלי־זמרים; זײַנע אַקטיוויטעטן מיט יונג־ייִדיש; זײַנע מוזיק־רעקאָרדירונגען; און זײַן אַרבעט ווי אַן אַקטיאָר בײַם שפּילן אויף שטיסל און אין פֿאַרשידענע פֿילמען.
זונטיק, דעם 10טן דעצעמבער 2023/כ"ז כּיסלו, דעם 4טן טאָג חנוכּה
מערבֿ־ברעג: 09:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 12:00 מיטאָג
לאָנדאָן: 17:00
פּאַריז: 18:00
ישׂראל: 19:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון איווענטברײַט:
https://www.eventbrite.com/e/767566139987?aff=oddtdtcreator
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
אַבֿרהם־לייב (אַבֿרום) בורשטיין איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים בײַ אַ ברעסלעווער חסידישער משפּחה. ער איז אַן אַקטיאָר און אַ כּלי־זמר וואָס שפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן. ער אַרבעט אויפֿצוהאַלטן די אויטענטישע ברעסלעווער נגינה־טראַדיציע, און צו פֿאַרטיפֿן און אויפֿלעבן די אַלטע כּלי־זמר־טראַדיציע צווישן די חסידים. דורך די יאָרן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ סך מוזיקדיסקן, נאָטן־ביכלעך און פֿילמען. ער איז אויפֿגעטרעטן אין קאָנצערטן איבער דער גאָרער וועלט, און אויפֿגעשטעלט די אגודת הכליזמרים ירושלים און הקרצ'מע של בורשטיין (בורשטיינס קרעטשמע/
Burstein's Klezmer Basement).
|