דערציִען קינדער אויף ייִדיש
קומט אויף אַ זומישן פּאַנעל מיט באַקאַנטע אַקטיוויסטן וואָס אַרבעטן לטובֿת דעם ענין, אָדער האָבן פּראַקטיק דערמיט:
גיטל שעכטער־װישװאַנאַט, יאַנקל־פּרץ בלום, אלי בענעדיקט, עטל ניבאָרסקי, נפֿתּלי איידלמאַן
מיר וועלן רעדן וועגן דערציִען קינדער אויף ייִדיש פֿון עטלעכע פּערספּעקטיוון; וועגן אַמאָליקע און הײַנטיקע ייִדיש־שפּראַכיקע טאָגהיימען און שולן, די מעגלעכקײטן וואָס זענען הײַנט פֿאַראַן, און די פֿאָדערונג און באַדערפֿעניש צו האָבן אָט אַזעלעכע אינסטיטוציעס; די וויכטיקײט פֿון האָבן הײַנטצײַטיקע טערמינאָלאָגיע־רשימות, קינדער־ביכלעך און ־פּראָגראַמען כּדי צו דערציִען קינדער אויף ייִדיש; די פֿראַגע פֿון געוועזענע חרדים און זייער באַציִונג צום אויפֿהאָדעווען קינדער אויף ייִדיש. מיר וועלן אויך אַרומשמועסן אונדזערע אייגענע געשיכטעס און זיך טיילן מיט אונדזער פּראַקטיק און לייזונגען.
זונטיק, דעם 12טן נאָוועמבער 2023
מערבֿ־ברעג: 10:30 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:30 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:30
פּאַריז: 19:30
ישׂראל: 20:30
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/raising-children-in-yiddish-tickets-749566753337?aff=oddtdtcreator
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף
eli@leagueforyiddish.org
|