קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט דעם באַקאַנטן מחבר, פּאָעט און ליטעראַטור־פֿאָרשער
פּראָפֿ' דובֿ־בער קערלער
מיר וועלן רעדן וועגן דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור־שפּראַך: וואָס דאָס הייסט, און ווען און וווּ ס׳האָט זיך אַנטוויקלט. דערבײַ וועט מען ווײַזן עטלעכע מוסטערביכער. מיר וועלן אויך אַרומרעדן קערלערס אייגענע געשיכטע, אַרײַנגערעכנט די עוואָלוציע פֿון זײַן שרײַבן.
זונטיק, דעם 14טן יאַנואַר 2024/ד' שבֿט, תּשפּ"ד
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון איווענטברײַט:
https://www.eventbrite.com/e/modern-literary-yiddish-tickets-784628493947?aff=oddtdtcreator
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
דובֿ־בער קערלער (באָריס קאַרלאָוו) איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע (1958). ער האָט שטודירט לינגוויסטיק און פֿילאָלאָגיע אין העברעיִשן אוניווערסיטעט און אָקספֿאָרד. זינט 2001 פֿירט ער אָן די קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש־לימודים אין אינדיאַנע־אוניווערסיטעט. ער האָט אָנגעפֿירט מיטן אַהיים־פּראָיעקט וואָס האָט געשאַפֿן אינטערוויוען אויף ייִדיש מיט דעם עלטערן דור ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. ער האָט ביז איצט געשריבן און רעדאַקטירט, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, איבער 13 פֿאָרשביכער, דערציילונגען, אָדער פּאָעזיע־ביכער, אַנטאָלאָגיעס, און צײַטשריפֿטן.
|