|
די געשיכטע פֿונעם אַרבעטער־רינג אין מאָנטרעאָל
מער ווי אַ יאָרהונדערט לאַנג האָט דער אַרבעטער־רינג געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם ייִדישן לעבן פֿון מאָנטרעאָל. די אָרגאַניזאַציע איז געווען איינע פֿון די וויכטיקסטע וועלטלעכע ייִדישע כּוחות אין דער שטאָט און האָט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן אַנטוויקלט אַ רײַך קולטור־ און געזעלשאַפֿטלעך לעבן.
אין אונדזער קומעדיקן זומישן שמועס וועלן מיר זיך באַקענען מיט דעם יחיד וואָס האָט אָנגעפֿירט דעם אַרבעטער־רינג אין מאָנטרעאָל אין אירע לעצטע יאָרן:
שאול (סאָל) עדלשטיין
אין די ערשטע יאָרן פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט זענען געווען אַ ריי אַרבעטער־רינג-„ברענטשעס“, וואָס האָבן געפֿירט אַ רײַכע קולטור־אַרבעט: געפֿירט שולן, טעאַטער־טרופּעס און כאָרן, און אָרגאַניזירט אַ סך אַנדערע קולטור־אַקטיוויטעטן. במשך די יאָרן האָבן זיך די „ברענטשעס“ צו ביסלעך פֿאַרמאַכט, און די פֿאַרבליבענע אַקטיוויטעטן האָבן זיך צונויפֿגעקליבן אין איין הויז. אין דעם לעצטן יאָר האָט זיך אויך דאָס הויז פֿאַרמאַכט. מיט דעם האָט זיך געענדיקט אַ לאַנגער קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דעם אַרבעטער־רינג אין מאָנטרעאָל. אין אונדזער שמועס וועט שאול עדלשטיין דערציילן וועגן די „ברענטשעס“, וועגן דעם לעבן און די אויפֿטוען וואָס האָבן זיך געפֿירט אין דעם הויז, און וועגן זײַנע אייגענע איבערלעבונגען אין די לעצטע יאָרן פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
זונטיק, דעם 29סטן מאַרץ 2026/י״א ניסן תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:30 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:30 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:30
פּאַריז: 19:30
ישׂראל: 20:30
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/the-history-of-the-workmens-circle-in-montreal-tickets-1985762580333
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
|