קומט אויף אַ זומישן שמועס מיטן שרײַבער און ייִדישן ליטעראַרישן איבערזעצער
ירמיהו אַהרן טאַוב
מיר וועלן שמועסן וועגן זײַנע ביכער און איבערזעצונגען, בפֿרט וועגן זײַן נײַ בוך,
Blessed Hands: Stories, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון פֿרומע האַלפּערנס געבענטשטע הענט: דערציילונגען. מיר וועלן אויך פֿאָרלייענען פֿון זײַן פּאָעזיע, און אַרומרעדן טאַובס אייגענע לעבנס־געשיכטע.
זונטיק, דעם 30סטן יוני 2024 / כ"ד סיון, תּשפּ״ד
מערבֿ־ברעג: 9:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 12:00 מיטאָג
לאָנדאָן: 17:00
פּאַריז: 18:00
ישׂראל: 19:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/929787829427
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
ירמיהו אַהרן טאַוב איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין אַן אָרטאָדאָקסישער קהילה אין פֿילאַדעלפֿיע און וווינט איצט אין וואַשינגטאָן, ד״ק. ער איז דער מחבר פֿון זעקס פּאָעזיע־ביכער און צוויי פּראָזעביכער אויף ייִדיש און ענגליש. אין 2014 איז אין פּויזן, פּוילן, אַרויס אַ קאָמפּאַקטדיסק מיט נײַן פֿון זײַנע מוזיקירטע ייִדישע לידער. ער האָט ביז הײַנט אַרויסגעגעבן פֿיר איבערגעזעצטע ביכער פֿון ייִדיש אויף ענגליש, און אַרבעט איצט אויף נאָך איבערזעצונגען.
|