פֿונעם אַש פֿון ווילנע: פֿאַרלוירענע אוצרות קערן זיך אום צום ייִוו״אָ
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט
פּראָפֿ׳ ר׳ אַהרן (אַלען) נאַדלער
אַהרן נאַדלער איז אַ היסטאָריקער און פֿאָרשער פֿון רבנישער טראַדיציע און מאָדערנעם ייִדישן געדאַנק, און אַ געוועזענער פּראָפֿעסאָר אין דרו־אוניווערסיטעט. ער האָט געקראָגן אָרטאָדאָקסישע סמיכה, און געדינט ווי דער רבֿ אין קהילות אין באָסטאָן און מאָנטרעאָל, איידער ער האָט זיך איבערגעגעבן דער אַקאַדעמישער וועלט. פֿון 1991 ביז 1998 האָט ער געדינט ווי דער פֿאָרש־דירעקטאָר און דעקאַן פֿונעם מאַקס ווײַנרײַך־צענטער בײַם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט – ייִוואָ אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט געפֿירט דאָס געראַנגל צוריקצוברענגען די ייִדישע אַרכיוון פֿון ווילנע און פֿאַרשטאַרקן דעם ייִוואָס פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש־קולטור. ער איז אַ באַקאַנטער שרײַבער און האָט אַרויסגעגעבן אַ ריי אַרטיקלען און ביכער וועגן חסידות, מתנגדים, און דער באַציִונג צווישן רעליגיע, פּאָליטיק און מאָדערניזם.
אין דעם אינטערוויו וועלן מיר זיך אומקערן צו זײַנע יאָרן אין ייִוואָ, ווי אויך זײַנע געדאַנקען וועגן דער ייִדישער קולטור־ירושה און בכלל דער ראָלע פֿון אַרכיוון אין שאַפֿן דעם ייִדישן זכּרון.
זונטיק, דעם 29סטן יוני 2025/ג׳ תּמוז תּשפּ״ה
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/from-vilnas-ashes-lost-treasures-return-to-yivo-tickets-1425598626869
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
|