לכּבֿוד דעם אַרויסקום פֿון אונדזער נײַעם לייענביכל פֿאַר סטודענטן,
אויפֿן װעג: זיבן דערציילונגען פֿון י.־ל. פּרץ
פֿאַרבעטן מיר אײַך אויף אַ זומישן שמועס מיט
משהלע אַלפֿאָנסאָ
וואָס האָט פֿאַרקירצט און באַאַרבעט די דערציילונגען.
דאָס נאָוואַטאָרישע ביכל גיט דעם לייענער אַ צוטריט צו קלאַסישע ייִדיש־דערציילונגען דורך אַ זײַט־בײַ־זײַטיקן גלאָסאַר, שמועס־פֿראַגעס, און קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון די דערציילונגען.
אין דעם אינטערוויו וועלן מיר הערן וועגן דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן דאָס ביכל, און אַלפֿאָנסאָ וועט פֿאָרלייענען געקליבענע אויסצוגן דערפֿון.
משהלע אַלפֿאָנסאָ איז אַ ייִדיש־לערער בײַם ייִדישן ביכער־צענטער זינט 2020. אין 2022 האָט ער, דורכן אָלניאַנסקי טעקסט פֿאַרלאַג, טראַנסקריבירט און אַרויסגעגעבן יצחק באַשעוויסעס בוך
שׂונאים: די געשיכטע פֿון אַ ליבע. דער ראָמאַן איז אַרויס אין המשכים אינעם פֿאָרווערטס אין 1966, און ס'איז דאָס ערשטע מאָל וואָס שׂונאים איז אַרויס אין בוכפֿאָרעם אויף ייִדיש.
זונטיק, דעם 31סטן אויגוסט 2025/ז׳ אלול תּשפּ״ה
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/moishele-alfonso-zibn-dertseylungen-fun-y-l-perets-tickets-1610635537249
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
דאָס ביכל איז צום באַקומען אויף:
https://www.leagueforyiddish.org/peretz.html
מיטגליד פֿון דער ייִדיש־ליגע: $32 | נישט קיין מיטגליד: $35
|