קול־קורא
ייִדיש אין די הייכן:
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אין נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 51טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
דעם 21-20סטן נאָוועמבער 2022
אין דער נאָכמלחמהדיקער תּקופֿה האָבן ייִדישע אימיגראַנטן קיין אַמעריקע אַרײַנגעבלאָזן אַ פֿרישן אָטעם אין דער ניו־יאָרקער ייִדיש־שפּראַכיקער וועלט, און ייִדיש האָט דערגרייכט נײַע הייכן אין דער אַקאַדעמישער ספֿערע, בפֿרט אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. אַ הויפּטפֿיגור אין די פּראָגראַמען איז געווען ד״ר מרדכי שעכטער, אַליין אַן אימיגראַנט, וואָס איז געשטאַנען בראָש פֿון אַ נײַער כוואַליע ייִדיש־אַקטיוויזם. די קאָנפֿערענץ וועט אָפּגעבן כּבֿוד ד״ר שעכטערן דורכן פֿאָרשן סײַ זײַן עזבֿון בײַ די צוויי אינסטיטוציעס אינעם ניו־יאָרקער געגנט מאָרנינגסײַד־הײַטס מיט וועלעכע ער איז געווען אַפֿיליִיִרט, סײַ דאָס אָרט פֿון ייִדיש־לשון אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע – דעם עבֿר, דעם איצטיקן מצבֿ פֿונעם פֿעלד, און דעם עתיד – אויפֿן פֿאָן פֿונעם גרעסערן ייִדיש־אַמעריקאַנישן קאָנטעקסט.
מיט דעם אָ צוועק פֿאַרבעטן מיר פֿירלייגן אויף רעפֿעראַטן וואָס זאָלן זיך פֿאַרנעמען מיט די תּחומען פֿון דער ייִדיש־קולטור וואָס האָבן געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין ד״ר שעכטערס לעבן און ווערק, אַרײַנגערעכנט:
• ייִדיש־פֿאָרשונג אין נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק, בפֿרט שפּראַכפֿאָרשונג
• אַקטיוויזם לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך אין נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
• הײַנטצײַטיקע ייִדישע שפּראַך־פּעדאַגאָגיע
גאָר אָנגעלייגט וועלן אונדז זײַן רעפֿעראַטן וואָס באַרירן די קאַריערע פֿון ד״ר שעכטערן. די קאָנפֿערענץ וועט צושטעלן אַ געלעגנהייט אַז באַטייליקטע זאָלן זיך טיילן מיט זייערע פּערזענלעכע זכרונות.
די קאָנפֿערענץ וועט פֿירקומען סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש. קאַנדידאַטן זאָלן אָנווײַזן אין זייער פֿירלייג אויף וועלעכער שפּראַך זיי וואָלטן געווען גרייט צו רעדן.
די קאָנפֿערענץ וועט פֿירקומען אויפֿן אָרט – מיט אַ פּאָטענציעלער ברירה אויף היבריד – אין מאָרנינגסײַד־הײַטס, נ״י, זונטיק, דעם 02סטן נאָוועמבער, און מאָנטיק, דעם 12סטן נאָוועמבער 2202. טייל פֿון די הוצאָות פֿאַרן פֿאָרגעלט און וווינונג וועט מען קענען דעקן פֿאַר רעדנערס פֿון מחוץ ניו־יאָרק; קאַנדידאַטן זאָלן אין זייערע אָנבאָטן אָנווײַזן אויף וואָס זיי וועלן דאַרפֿן.
זײַט אַזוי גוט, שיקט אַלע פֿירלייגן ביזן 51טן מײַ צו gro.hsiddiyrofeugael@ecnerefnoc
די קאָנפֿערענץ ווערט מיטגעשטיצט דורך דער ייִדיש־ליגע, דעם אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע לימודים בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר.