|
די ייִדיש־ליגע פֿרייט זיך צו זײַן אַ מיטשטיצער פֿונעם
הונדערט־יאָריקן יובֿל פֿונעם ייִוואָ
דינסטיק, דעם 11טן נאָוועמבער 2025
זיבן אַ זייגער אין אָוונט
אויפֿן דאָזיקן ייִדיש־אָוונט וועלן זיך באַטייליקן די פּאַנעליסטן
זלמן מלאָטעק
דוד־הירש ראָסקעס
שמואל קאַסאָוו
ווי אויך אַנדערע וואָס וועלן זכרונעווען וועגן די אַמאָליקע יאָרן בײַם ייִוואָ
און אַרומשמועסן זײַן געדויערדיקן עזבֿון
דיסקוסיע געפֿירט פֿון
צירל־אסתּר קוזניץ
בײַם:
ייִוואָ – ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט
נומער 15 וועסט 16טע גאַס, ניו־יאָרק
יום־טובֿדיקער כּיבוד נאָך דער פּאַנעל־דיסקוסיע.
אַרײַנגאַנג פֿרײַ.
די פּראָגראַם וועט מען לאָזן דירעקט שטראָמען דורך זום פֿאַר די וואָס קענען נישט בײַזײַן פּנים־אל־פּנים.
פּרטים און רעגיסטריר־אינפֿאָרמאַציע אויף: https://yivo.org/Centennial-Celebration
|