יענטע מאַש
(2013-1922), אַ געבוירענע אין זגוריצע, באַסאַראַביע, האָט אָנגעהויבן שרײַבן ערשט אַ פּאָר יאָר נאָך איר עולה זײַן קיין ישׂראל אין יאָר 1977. זי איז געװען אַ ריז צװישן מחברטעס אױף ייִדיש. אין 1999 האָט זי באַקומען די איציק מאַנגער־פּרעמיע, און אין 2002 די דוד האָפֿשטײן־פּרעמיע. אַ ווירטואָז פֿון דעם באַשרײַבן די איבערלעבונגען פֿון גלות, הײמלאָזקייט און אַסימילאַציע, פֿון צופּאַסן זיך צו נײַע צײַטן און נײַע ערטער, איז איר שרײַבן זייער רעלעוואַנט צו די הײַנטיקע צײַטן ווען אַ סך פֿאַרוואָגלטע מענטשן זוכן אַ מקום־מיקלט אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון דער ערד.
י
עלען קאַסעדי
איז די איבערזעצערין פֿון
On the Landing: Stories by Yenta Mash
(פֿאַרלאַג בײַם צפֿון־אילינויער אוניווערסיטעט, 2018). זי איז די מחברטע פֿון
We Are Here: Memories of the Lithuanian Holocaust,
און די איבערזעצערין, אין איינעם מיט ירמיהו אַהרון טאַוב, פֿון
Oedipus in Brooklyn and Other Stories by Blume Lempel.