Arachnids / שפּינעדיקע
סײַ אינסעקטן סײַ שפּינעדיקע זענען אַרטראָפּאָדן. וואָס איז דער חילוק צווישן זיי? אינסעקטן זענען זגאַלן וואָס זייער גופֿל באַשטייט פֿון דרײַ טיילן: דעם קאָפּ, די ברוסט און דעם בויך. שפּינעדיקע (וואָס נעמען אַרײַן שפּינען, עקדישן, טאַראַנטלען, לאַנגפֿיסעלעך און מילבן, צווישן אַנדערע) האָבן נאָר צוויי טיילן: די קאָפּברוסט און דעם בויך. אינסעקטן האָבן זעקס פֿיסלעך, בשעת שפּינעדיקע האָבן אַכט. צום סאַמע וויכטיקסטן: די שפּינעדיקע זוכן עסן, און די אינסעקטן ווערן דער קרבן.
[SAY INSÉKTN SAY ShPÍNEDIKE ZÉNEN ARTROPÓDN. VÓS IZ DER KhÍLEK TSVIShN ZEY? INSÉKTN ZÉNEN ZGÁLN VOS ZÉYER GÚFL BAShTÉYT FUN DRÁY TEYLN: DEM KÓP, DI BRÚST UN DEM BÓYKh. ShPÍNEDIKE (VOS NÉMEN ARÁYN ShPÍNEN, ÉKDIShN, TARÁNTLEN, LÁNGFÍSELEKh UN MÍLBN, TSVIShN ÁNDERE) HOBN NOR TSVÉY TEYLN: DI KÓPBRUST UN DEM BÓYKh. INSÉKTN HOBN ZÉKS FÍSLEKh, BEShÁS ShPÍNEDIKE HOBN ÁKhT. TSUM SÁME VÍKHTIKSTN: DI ShPÍNEDIKE ZUKhN ÉSN, UN DI INSÉKTN VERN DER KÓRBM…]
Both insects and arachnids are arthropods. What’s the difference between them? Insects are species that have three segments to their bodies: head, thorax, and abdomen. Arachnids (which include spiders, scorpions, tarantulas, daddy longlegs and mites, among others) have only two segments: the cephalothorax and the abdomen. Insects have six legs, while arachnids have eight. Most importantly, the arachnids look for food, and the insects become the prey….
abdomen: דער בויך, בײַכער
[DER BOYKh, BÁYKhER]
arachnid: (דער שפּינעדיקער (געבויגן
[DER ShPÍNEDIKER (declined)]
arthropod: דער אַרטראָפּאָד, ־ן
[DER ARTROPÓD, -N]
carnivorous: פֿלײשפֿרעסער־...; פֿלײשפֿרעסעריש
[FLÉYShFRESER-...; FLÉYShFRESERISh]
cephalothorax: די קאָפּברוסט
[DI KÓPBRUST]
daddy longlegs: דאָס לאַנגפֿיסעלע, ־ך
[DOS LÁNGFÍSELE, -Kh]
invertebrate (n.): די אָנשדרהדיקע חיה, ־ות
[DI ÓNShÉDREDIKE KhÁYE, -S]
mite: די מילב, ־ן
[DI MILB, -N]
scorpion: דער עקדיש, ־ן; דער סקאָרפּיאָן, ־ען
[DER ÉKDISh, -N; DER SKORPYÓN, -EN]
spider: די שפּין, ־ען
[DI ShPIN, -EN]
tarantula: דער טאַראַנטל, ־ען; די טאַראַנטולע, ־ס
[DER TARÁNTL, -EN; DI TARÁNTULE, -S]
tick: דער קל(י)עשטש, ־עס
[DER KL(I)EShTSh, -ES]
[Photo: Pavan Tavrekere]
|