Construction / דער אויפֿבוי
דאָס אויפֿבויען אַ בנין איז גאָר אַ קאָמפּליצירטער פּראָצעס. נאָר ערשט נאָכן קאָנטראָלירן די שטאַרקייט פֿון דער ערד קען מען לייגן דעם פֿונדאַמענט און אָנהייבן בויען דעם בנין גופֿא. צום בויען ניצט מען כּלערליי מכשירים און מאַשינען פֿאַר יעדן אַספּעקט פֿונעם פּראָיעקט: עקסקאַוואַטאָרן, אָפּקלאַפּ־האַמערס, בעטאָן־פֿאַרמישערס, אַרמאַטור־שטאַנגען, הייבקראַנען, אויסשיט־אויטאָס און אַ ריי אַנדערע שווערע מכשירים. און, פֿאַרשטייט זיך – הונדערטער אַרבעטערס און אויפֿזעערס אופֿצוטאָן די גאַנצע אַרבעט.
[DOS ÚFBOYEN A BÍNYEN IZ GÓR A KOMPLITSÍRTER PROTSÉS. NÓR ERShT NOKhN KONTROLÍRN DI ShTÁRKEYT FUN DER ÉRD KEN MEN LÉYGN DEM FUNDAMÉNT UN ÓNHEYBN BÓYEN DEM BÍNYEN GÚFE. TSUM BÓYEN NITST MEN KÓLERLÉY MAKhShÍRIM UN MAShÍNEN FAR YÉDN ASPÉKT FÚNEM PROYÉKT: EKSKAVATÓRN, ÓPKLAP-HÁMERS, BETÓN-FARMÍShERS, ARMATÚR-ShTÁNGEN, HÉYBKRANEN, ÓYSShIT-ÓYTOS UN A RÉY ÁNDERE ShVÉRE MAKhShÍRIM. UN, FARShTÉYT ZIKh – HÚNDERTER ÁRBETERS UN ÚFZEERS ÚFTSUTON DI GÁNTSE ÁRBET.]
Building construction is a very complicated process. Only after having checked the strength of the soil can the foundation be laid and the construction of the building itself begin. Various equipment and machinery are used for every aspect of the construction: excavators, jackhammers, cement mixers, rebars, cranes, dump trucks, and other heavy equipment. And, of course - hundreds of workers and supervisors to get the whole job done.
backfill (v.): צוריק פֿאַרשיטן
[TSURÍK FARShÍTN]
backhoe: דער עקסקאַװאַטאָר, ...אָרן
[DER EKSKAVÁTOR, ...ÓRN]
boom: דער הײבשטאַנג, ־ען
[DER HÉYBShTANG, -EN]
building code: דער בויקאָדעס, ־ן
[DER BÓYKÓDEKS, -N]
bulldozer: דער בולדאָזער, ־ס
[DER BÚLDOZER, -S]
cantilever: דער שטאַרצבאַלקן, ־ס
[DER ShTÁRTSBALKN, -S]
cement mixer: דער בעטאָן־פֿאַרמישער, ־ס
[DER BETÓN-FARMÍShER, -S]
cherry-picker: דער קאַרשן־לײטער, ־ס
[DER KÁRShN-LÉYTER, -S]
concrete: דער בעטאָן
[DER BETÓN]
construction: דער אױפֿבוי; דאָס (אויפֿ)בויען
[DER ÚFBOY; DOS (ÚF)BOYEN]
crane: דער (הײב)קראַן, ־ען; די הײבמאַשין, ־ען
[DER (HÉYB)KRAN, -EN; DI HÉYBMAShIN, -EN]
drywall: דאָס/די גיפּסברעט, ־ער
[DOS/DI GÍPSBRET, -ER]
dump truck: דער אױסשיט־אױטאָ, ־ס
[DER ÓYSShIT-ÓYTO, -S]
erect: אױפֿבױען; אױפֿשטעלן
[ÚFBOYEN; ÚFShTELN]
excavate: אױסגראָבן
[ÓYSGROBN]
excavator: דער עקסקאַװאַטאָר, ...אָרן; די גראָבמאַשין, ־ען
[DER EKSKAVÁTOR, ...ÓRN; DI GRÓBMAShIN, -EN]
forklift: דער גאָפּל־הײבער, ־ס
[DER GÓPL-HÉYBER, -S]
foundation: דער פֿונדאַמענט, ־ן
[DER FUNDAMÉNT, -N]
insulate: איזאָלירן
[IZOLÍRN]
insulation: די איזאָלאַציע
[DI IZOLÁTSYE]
jackhammer: דער אָפּקלאַפּ־<לופֿטדרוק־>האַמער, ־ס
[DER ÓPKLAP-<LÚFTDRUK->HÁMER, -S]
level (n.): די װאַסערװאָג, ־ן
[DI VÁSERVOG, -N]
lift (vt./vi., pf.): (אױפֿהײבן (זיך
[ÚFHEYBN (ZIKh)]
loader: דער (אָנ)לאָדער, ־ס
[DER (ÓN)LÓDER, -S]
paver: דער ברוקשטײן, ־ער
[DER BRÚKShTEYN, -ER]
permit (n.): דאָס/די דערלױבעניש, ־ן; דער דערלױב, ־ן; דאָס בלעטל, ־עך
[DOS/DI DERLÓYBENISh, -N; DER DERLÓYB, -N; DOS BLETL, -EKh]
plywood: דער דיכט
[DER DIKhT]
rebar: דער אַרמאַטור־שטאַנג, ־ען
[DER ARMATÚR-ShTANG, -EN]
compactor: דער קאָמפּרעסאָר, ־ס
[DER KOMPRÉSOR, -S]
scaffolding: (רישטאָװאַניעס (ל״ר
[RIShTOVÁNYES (pl.)]
scissor lift: דער שערן־הייבער, ־ס
[DER ShÉRN-HÉYBER, -S]
scraper: דער שאָבער, ־ס; דער אָפּקראַצער, ־ס
[DER ShÓBER, -S; DER ÓPKRATSER, -S]
shingle: די דאַכלקע, ־ס; די שינדל, ־ען
[DI DÁKhLKE, -S; DI ShINDL, -EN]
skid loader/skidsteer: דער קאָמפּאַקט־אָנלאָדער, ־ס
[DER KÓMPAKT-ÓNLODER, -S]
steel: דאָס שטאָל
[DOS ShTOL]
|