assemble: צונױ֜פֿשטעלן; צוזאַ֜מענשטעלן; צונױ֜פֿמאָנטי֜רן
[TSUNÓYFShTELN; TSUZÁMENShTELN; TSUNÓYFMONTÍRN]
delivery day: דער צו֜שטעלטאָג, ...טעג
[DER TSÚShTELTOG, ...TEG]
disassemble: צענע֜מען; דעמאָנטי֜רן
[TSENÉMEN; DEMONTÍRN]
bill of lading: דער פֿראַ֜כטצעטל, ־ען
[DER FRÁKhTTSETL, -EN]
dolly: דאָס האַ֜נט־װע֜געלע, ־ך
[DOS HÁNT-VÉGELE, -Kh]
door-to-door service: די באַדי֜נונג פֿון טיר צו טיר
[DI BADÍNUNG FUN TIR TSU TIR]
estimate (n.): די (אָ֜פּ)שאַ֜צונג, ־ען; דער אָ֜פּשאַץ, ־ן
[DI (ÓP)ShÁTSUNG, -EN; DER ÓPShATS, -N]
furniture: דאָס מעבל
[DOS MEBL]
hazard insurance: <די סכּנה־פֿאַרזיכערונג<־סטראַכי֜רונג
[DI SAKÓNE-FARZÍKhERUNG<-STRAKhÍRUNG>]
inventory list: די אינווענטאַ֜ר־רשימה, ־ות
[DI INVENTÁR-REShÍME, -S]
load (v.): ׳ (אָ֜נ)לאָדן; (אָ֜נ)לאָ֜דעװע|ן; (אָ֜נ)גרו֜זע(װע)|ן
[(ÓN)LODN; (ÓN)LÓDEVE|N; (ÓN)GRÚZE(VE)|N]
move (in) to: אַרײַ֜נציִען <אַרײַ֜נקלײַבן> זיך אין
[ARÁYNTSIEN <ARÁYNKLAYBN> ZIKh IN
mover: דער מע֜בל־פֿי֜רער, ־ס
[DER MÉBL-FÍRER, -S]
moving cost: הוצאָות פֿו֜נעם אַרי֜בערציִען זיך (ל״ר)
[HOYTSÓES/HETSÓES FÚNEM ARÍBERTSIEN ZIKh (pl.)]
moving company: דאָס מע֜בל־פֿירערײַ֜, ־ען
[DOS MÉBL-FIRERÁY, -EN]
moving van: די מע֜בלפֿור, ־ן
[DI MÉBLFUR, -N]
packing supplies: דאָס אײַ֜נפּאַקוואַרג (קאָל׳)
[DOS ÁYNPAKVARG (coll.)]
stretch-wrap: דער עלאַ֜סטישער פּאַ֜קפֿילם
[DER ELÁSTIShER PÁKFILM]
travel cross-country: פֿאָרן אי֜בערן לאַנד
[FORN ÍBERN LAND]
unload: אױ֜סלאָדן; אױ֜סהרוזע|ן
[ÓYSLODN; ÓYS’HRUZE|N]
The sofas were wrapped in stretch-wrap.
די סאָ֜פֿעס האָט מען אײַ֜נגעוויקלט אין עלאַ֜סטישן פּאַ֜קפֿילם.
[DI SÓFES HOT MEN ÁYNGEVIKLT IN ELÁSTIShN PÁKFILM]
We moved to another state.
מיר האָבן זיך אַרי֜בערגעצויגן ‹אַרי֜בערגעקליבן› אין אַן אַ֜נדער שטאַט.
[MIR HOBN ZIKh ARÍBERGETSOYGN <ARÍBERGEKLIBN> IN AN ÁNDER ShTAT]
Congratulations on the move!
משנה מקום משנה מזל!
[MEShÁNE MÓKEM MEShÁNE MAZL]