pillows // קי֜שעלעך // KÍShELEKh
-----
body pillow: דער גו֜ף־קישן, ־ס
[DER GÚF-KIShN, -S]

feather/down pillow: דער פּו֜כקישן, ־ס; דער פּו֜כענער קישן, ־ס
[DER PÚKhKIShN, -S; DER PÚKhENER KIShN, -S]

fluff up the pillow: אוי֜פֿפּוישן <אוי֜פֿשלאָגן> דעם קישן
[ÚFPOYShN <ÚFShLOGN> DEM KIShN]

memory foam: דער געדע֜נקשוים
[DER GEDÉNKShOYM]

neck roll: דער נאַ֜קן־קישן, ־ס
[DER NÁKN-KIShN, -S]

pillow: דער (קאָ֜פּ)קישן, ־ס; דאָס קי֜שעלע, ־ך
[DER (KÓP)KIShN, -S; DOS KÍShELE, -Kh]

pillowcase: דאָס ציכל, ־עך; דער אי֜בערצי, ־ען
[DOS TSIKhL, -EKh; DER ÍBERTSI, -EN]

pillow fight: די קי֜שנשלאַכט, ־ן
[DI KÍShNShLAKhT, -N]

pillow stuffing: ‎דאָס אָ֜נשטאָפּעכץ
[DOS ÓNShTOPEKhTS]

pillow talk: דער בע֜טשמועס
[DER BÉT-ShMUES]

wedge pillow: דער קלי֜נקישן, ־ס
[DER KLÍNKIShN, -S]
League for Yiddish
יידיש ליגע