In light of current events, we are posting a selection of words in connection with the issue of racism. We thank Anthony Mordkhe-Tzvi Russell and Jonah S. Boyarin, who are leading a broader initiative to enable people to speak in Yiddish about the racism and discrimination that Black Americans continue to experience today. You can read Anthony's article about this here in Jewish Currents.

מיר גיבן די װאָך אַרױס אַן אָפּקלײַב פֿון װערטער אין שײַכות מיטן ענין ראַסיזם. מיר באַדאַנקען מרדכי־צבֿי ראָסל און יונה הערש באָיאַרין, װאָס פֿירן אָן מיט אַ ברײטערער איניציאַטיװ צו שאַפֿן רעסורסן צו דערמעגלעכן דאָס שמועסן אױף ייִדיש װעגן דער סיסטעמישער באַעװלונג און ראַסיזם װאָס אַפֿראָאַמעריקאַנער מאַכן ווײַטער דורך בײַם הײַנטיקן טאָג

Black (adj.): אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער (נישט־געבויגן); אַפֿראָאַמעריקאַ֜ניש
[AFROAMERIKÁNER (not declined); AFROAMERIKÁNISh]

Black Americans: *אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער
[AFROAMERIKÁNER]

Black culture: די אַפֿראָאַמעריקאַ֜נישע <אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער> קולטו֜ר
[DI AFROAMERIKÁNIShE <AFROAMERIKÁNER> KULTÚR]

Black Lives Matter (movement name): “בלעק לײַװס מע֜טער„
[“BLEK LAYVS MÉTER”]

Black lives matter! (statement/slogan):
אַ֜פֿראָ־לעבנס – נישט קיין הפֿקר!
אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער לעבנס האָבן אַ ווערט!
אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער לעבנס זע֜נען ווי֜כטיק!
אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער בלוט איז נישט קײן וואַ֜סער!
[ÁFRO-LEBNS – NIShT KEYN HÉFKER!; AFROAMERIKÁNER LEBNS HOBN A VERT!; AFROAMERIKÁNER LEBNS ZÉNEN VÍKhTIK!; AFROAMERIKÁNER BLUT IZ NIShT KEYN VÁSER!]

black-led movements: באַװע֜גונגען אָ֜נגעפֿירטע פֿון אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער; באַווע֜גונגען או֜נטער אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער (אָ֜נ)פֿי֜רערשאַפֿט
[BAVÉGUNGEN ÓNGEFIRTE FUN AFROAMERIKÁNER; BAVÉGUNGEN ÚNTER AFROAMERIKÁNER (ÓN)FÍRERShAFT]

civil disobedience: דער ציװי֜לער קע֜גנשטעל
[DER TSIVÍLER KÉGNShTEL]

collective liberation: די קאָלעקטי֜װע באַפֿרײַ֜ונג
[DI KOLEKTÍVE BAFRÁYUNG]

demonstration: די מאַניפֿעסטאַ֜ציע, ־ס; די דעמאָנסטראַ֜ציע, ־ס
[DI MANIFESTÁTSYE, -S; DI DEMONSTRÁTSYE, -S]

discrimination: די דיסקרימינאַ֜ציע
[DI DISKRIMINÁTSYE]

economic justice: די עקאָנאָ֜מישע גערע֜כטיקײט
[DI EKONÓMIShE GERÉKhTIKEYT]

excessive force: דאָס אָ֜נווענדן כּוח אי֜בער דער מאָס
[DOS ÓNVENDN KÓYEKh ÍBER DER MOS]

Jews for Black Lives: ייִדן פֿאַר אַפֿראָאַמעריקאַ֜נער
[YIDN FAR AFROAMERIKÁNER]

looting: דאָס (צע)ראַ֜בעװען, דאָס (צע)ראַבי֜רן
[DOS (TSE)RÁBEVEN; DOS (TSE)RABÍRN]

peaceful protest: דער פֿרי֜דלעכער פּראָטע֜סט
[DER FRÍDLEKhER PROTÉST]

physical violence: די פֿי֜זישע גוואַ֜לד(־מעשׂים)
[DI FÍZIShE GVÁLD(-MÁYSIM)]

police violence: די פּאָליציי֜יִשע גוואַ֜לד(־מעשׂים)
[DI POLITSÉYIShE GVÁLD(-MÁYSIM)]

down with the police: דאַלוי פּאָליציי

prejudicial treatment: די פּני֜ותדיקע באַהאַ֜נדלונג
[DI PNÍESDIKE BAHÁNDLUNG]

property damage: דער פֿאַרמע֜גן־שאָדן
[DER FARMÉGN-ShODN]

protest march: דער פּראָטע֜סטמאַרש, ־⁠ן
[DER PROTÉSTMARSh, -N]

economic justice: די עקאָנאָ֜מישע גערע֜כטיקייט
[DI EKONÓMIShE GERÉKhTIKEYT]

racial justice: דער ראַ֜סן־יושר
[DER RÁSN-YÓYShER]

racial profiling: דאָס פּראָפֿילי֜רן לױט דער ראַ֜סע
[DOS PROFILÍRN LOYT DER RÁSE]

racism: דער ראַסי֜זם
[DER RASÍZM]

racist (adj.): ראַסי֜סטיש
[RASÍSTISh]

racist (n.): דער ראַסי֜סט, ־ן
[DER RASÍST, -N]

resistance: דער קע֜גנשטעל, ־ן; דאָס קע֜גנשטעלן זיך
[DER KÉGNShTEL, -N; DOS KÉGNShTELN ZIKh]

riot gear: די שי֜ץ־אוי֜סריכטונג
[DI ShÍTS-ÓYSRIKhTUNG]

systemic racism: דער סיסטע֜מישער ראַסי֜זם
[DER SISTÉMIShER RASÍZM]

tear gas: די טרע֜רנגאַז
[DI TRÉRNGAZ]

White Americans: װײַ֜סע אַמעריקאַ֜נער
[VÁYSE AMERIKÁNER]

white supremacy: די ווײַ֜סע איי֜בערמאַכט
[DI VÁYSE ÉYBERMAKhT]

*מיר האָבן אויף ייִדיש עטלעכע טערמינען פֿאַר דעם אָ ענגלישן וואָרט. טייל פֿון די טערמינען (אַרײַנגערעכנט דאָס וואָרט „שוואַרצער“), וואָס האָבן היסטאָריש געהאַט נייטראַלע קאָנאָטאַציעס, האָבן אָבער אין געוויסע תּקופֿות און בײַ געוויסע גרופּעס ייִדיש־רעדערס געשמעקט מיט ראַסיסטישע אונטערטענער; אַזאַ ביטלודיקן טאָן קען מען, צום באַדויערן, נאָך הערן בײַם הײַנטיקן טאָג, סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש. אונדזער פֿירלייג אין דער רשימה צו ניצן דאָס װאָרט „אַפֿראָאַמעריקאַנער“ שפּיגלט אָפּ דאָס, װאָס אַ מערקעװדיקער טײל פֿון דער ייִדישיסטישער קהילה װיל אױסמײַדן די נעגאַטיװע געשיכטע און קאָנאָטאַציעס װאָס „שװאַרצער“ האָט אָנגעזאַמלט, און אָנערקענט דעם פֿאַקט, אַז דער טערמין רופֿט אַרױס װײטיק און פֿאַרדראָס בײַ אַ סך אַפֿראָאַמעריקאַנער, נישט־געקוקט אױף די גוטע כּװנות פֿונעם רעדער, װעמען סע קען זיך אױסמאָלן אַז דאָס װאָרט איז נײטראַל. אַז מע ברייטערט נאָך מער אויס דעם באַגריף וואָלט מען אָנגערופֿן אַזוינע אײַנוווינערס/בירגערס פֿון אַנדערע לענדער מיט אַן ענלעכער קאָנסטרוקציע: אַפֿראָדײַטשן, אַפֿראָפֿראַנצויזן, אַפֿראָאיטאַליענער אאַז״וו

*There are several different terms in Yiddish for this English word. However, although those terms historically had neutral connotations, some of them (including the term "shvartser”) have at times and among certain groups of speakers carried racist undertones and can, unfortunately, still be heard used today in a derogatory manner in both Yiddish and English. Our recommendation to use "afroamerikaner" rather than “shvartser” in this list reflects the desire shared by many in the Yiddishist community to avoid perpetuating the negative connotations that this term has accumulated, as well as a recognition that many Black people find the term hurtful, regardless of the speaker's intentions. In expanding this concept globally, Black people in other countries may also be called by similar terms: Afro-German, Afro-French, Afro-Italian, and the like.

Many more words available in the Comprehensive English-Yiddish Dictionary

Sign up for the searchable, online version at englishyiddishdictionary.com