Square-dancing / דאָס טאַנצן קוואַדראַטטענץ
נישטאָ קיין בעסערס ווי דאָס טאַנצן קוואַדראַטטענץ. מע דרייט אַרום דעם פּאַרטנער, דערנאָך דעם שכן, מע גייט פֿאָרויס און צוריק, מע קרײַזט אויף רעכטס, דערנאָך אויף לינקס, און מע דרייט זיך פּלייצע־פּלייצע…. אַן ערך אַ שעה לאַנג ווערט מען אַוועקגעטראָגן אין אַן אַנדער אָרט און צײַט. די מוזיק שפּאַנט אויס און דערצו נאָך האָט מען אַ געלעגנהייט צו טאַנצן מיט כאָטש צוויי מענטשן: דעם פּאַרטנער און דעם שכן!
[NIShTÓ KEYN BÉSERS VI DOS TANTSN KVADRÁTTENTS. ME DREYT ARÚM DEM PÁRTNER, DERNÓKh DEM ShÓKhN, ME GEYT FORÓYS UN TSURÍK, ME KRÁYZT AF RÉKhTS, DERNÓKh AF LÍNKS, UN ME DRÉYT ZIKh PLÉYTSE-PLÉYTSE… AN ÉREKh A ShÓ LANG VERT MEN AVÉKGETROGN IN AN ÁNDER ÓRT UN TSÁYT. DI MUZÍK ShPANT ÓYS UN DERTSÚ NOKh HOT MEN A GELÉGNHEYT TSU TÁNTSN MIT KhOTSh TSVÉY MÉNTShN: DEM PÁRTNER UN DEM ShÓKhN!
There’s nothing like square-dancing. You swing your partner, then your corner, you go forward and back, you circle right, then left, and do-si-do… For an hour or so you’re transported to a different place and time. The music lightens up your mood and plus, you get a chance to dance with at least two people: your partner and your corner!
Allemande left/right!: !אַלעמענדע אויף לינקס/רעכטס
[ALEMÁNDE AF LINKS/REKhTS]
circle (n.). דער קאַראַהאָד, ־ן; דער קאָן, ־ען/קענער; דער קרײַז, ־ן
[DER KARAHÓD, -N; DER KON, -EN/KÉNER; DER KRAYZ, -N]
Circle left/right!: !קרײַזן אויף לינקס/רעכטס
[KRAYZN AF LINKS/REKhTS]
Do-si-do!: !פּלייצע־פּלייצע
[PLÉYTSE-PLÉYTSE]
Face your corner!: !מיטן פּנים צום שכן
[MITN PÓNEM TSUM ShOKhN]
Face your partner!: !מיטן פּנים צום פּאַרטנער
[MITN PÓNEM TSUM PÁRTNER]
Forward and back!: !פֿאָרויס און צוריק
[FORÓYS UN TSURÍK]
Hold your partner!: !האַלט דעם פּאַרטנער
[HALT DEM PÁRTNER]
partner: דער (טאַנצ)פּאַרטנער, ־ס; דער מיטטענצער, ־ס
[DER (TÁNTS)PÁRTNER, -S; DER MÍTTENTSER, -S]
Pass thru, separate and go home!: !גייט פֿאַרבײַ, צעשיידט זיך, און אַהיים זשע גייט
[GEYT FARBÁY, TSEShÉYDT ZIKh UN AHÉYM ZhE GEYT!]
Promenade!: !שפּאַצירן גייט
[ShPATSÍRN GEYT]
sashay: דער שאַסיי, ־ען
[DER SAShÉY, -EN]
square dance (n.): דער קװאַדראַטטאַנץ, ...טענץ
[DER KVADRÁTTANTS, ...TENTS]
square-dance/do square-dancing: טאַנצן קװאַדראַטטענץ
[TANTSN KVADRÁTTENTS]
Swing your partner!: !דרייט אַרום דעם פּאַרטנער
[DREYT ARÚM DEM PÁRTNER]
Weave the ring!: !וועבט אויס דעם קאָן
[VEBT OYS DEM KON]
|