The World Series / די וועלטסעריע
אין דער וועלטסעריע 2022 – דער בייסבאָל־טשעמפּיאָנאַט – שפּילן די היוסטאָנער אַסטראָס קעגן די פֿילאַדעלפֿיער פֿיליס. די אָנהענגערס אינעם סטאַדיאָן, וואָס די בילעטן קאָסטן זיי אָפּ אַ מאַיאָנטיק, קוקן זיך צו פֿאַרכאַפּט פֿון יעדן פּיטש, יעדן קלאַפּ מיט דער הילקע, און יעדן בייסבאָל וואָס פֿליט הויך אין דער לופֿטן, און מע שרײַט אויס פֿאַר פֿרייד ווען נאָר אַ בייסבאָליסט גליטשט זיך אַרײַן אין ערשטן בייס אָדער קלאַפּט אַהיים. כאָטש פֿאַראַן אַזוינע וואָס האַלטן אַז בייסבאָל איז אַ קאַפּעלע נודנע, איז די וועלטסעריע פֿאַר די אָנהענגערס דער הויכפּונקט פֿון יאָר.
[IN DER VÉLTSERYE 2022 – DER BÉYSBOL-TShEMPYONÁT – ShPILN DI HYÚSTONER ÁSTROS KEGN DI FILADÉLFYER FÍLIS. DI ÓNHENGERS ÍNEM STADYÓN, VOS DI BILÉTN KOSTN ZEY ÓP A MAYÓNTIK, KUKN ZIKh TSÚ FARKhÁPT FUN YÉDN PÍTSh, YÉDN KLÁP MIT DER HÍLKE, UN YÉDN BÉYSBOL VOS FLIT HÓYKh IN DER LÚFTN, UN ME ShRAYT ÓYS FAR FRÉYD VÉN NOR A BEYSBOLÍST GLITShT ZIKh ARÁYN IN ÉRShTN BÉYS ÓDER KLAPT AHÉYM. KhOTSh FARÁN AZÓYNE VOS HÁLTN AZ BÉYSBOL IZ A KÁPELE NÚDNE, IZ DI VÉLTSERYE FAR DI ÓNHENGERS DER HÓYKhPUNKT FUN YÓR.]
In the 2022 World Series - the baseball championship – the Houston Astros are playing against the Philadelphia Phillies. The fans in the stadium – who pay huge prices for the tickets – look on, captivated by every pitch, every strike of the bat, and every high-flying ball, and roar whenever a baseball player slides into first base or hits a home run. Although some may find baseball somewhat boring, for fans it’s the highlight of the year.
base: די באַזע, ־ס; דער בייס, ־ן
[DI BÁZE, -S; DER BEYS, -N]
baseball: דער בײסבאָל, ־ן
[DER BÉYSBOL, -N]
(baseball) bat: די הילקע, ־ס
[DI HÍLKE, -S]
batter: דער קלאַפּער, ־ס
[DER KLÁPER, -S]
Batter up!: זאָל מען קלאַפּן!
[ZOL MEN KLAPN!]
bleachers: בליטשערס
[BLÍTShERS]
catcher: דער כאַפּער, ־ס
[DER KhÁPER, -S]
hit a home run: שלאָגן אַ קײַלעכקלאַפּ, ...קלעפּ; קלאַפּן אַהײם
[ShlOGN A KÁYLEKhKLAP, ...KLEP; KLAPN AHÉYM]
home run: דער קײַלעכקלאַפּ, ...קלעפּ
[DER KÁYLEKhKLAP, ...KLEP]
major league: די אײבערליגע, ־ס
[DI ÉYBERLIGE, -S]
minor league: די אונטערליגע, ־ס
[DI ÚNTERLIGE, -S]
pitch (n.): דער װאָרף, ־ן; דער פּיטש, ־ן
[DER VORF, -N; DER PITSh, -N]
pitch (v.): צו)װאַרפֿן; פּיטשן)
[(TSÚ)VARFN; PITShN]
pitcher: דער (בײסבאָל־)װאַרפֿער, ־ס; דער פּיטשער, ־ס
[DER (BÉYSBOL-)VÁRFER, -S; DER PÍTShER, -S]
slide into first base: <אַרײַנגליטשן זיך אין ערשטן בייס <אין דער ערשטער באַזע
[ARÁYNGLITShN ZIKh In ERShTN BEYS <IN DER ÉRShTER BÁZE> ]
stadium: דער סטאַדיאָן, ־ען
[DER STADYÓN, -EN]
strike: דער סטרײַק, ־ן
[DER STRAYK, -N]
strike out: מאַכן אַ סטרײַקאַוט; פֿאַרקלאַפּן זיך
[MAKhN A STRÁYKAUT; FARKLÁPN ZIKh]
umpire: דער שופֿט, ־ים
[DER ShÓYFET, ShÓFTIM]
World Series: די וועלטסעריע
[DI VÉLTSERYE]
|