Weather / דער וועטער
וואָס פֿאַר אַ וועטער איז הײַנט אין דרויסן? נו, סע ווענדט זיך צי מע וווינט אין דער צפֿון־העמיספֿער (וווּ ס׳איז מסתּמא קאַלט, שניייִק, רעגנדיק און/אָדער ווינטיק) צי אין דער דרום־העמיספֿער (וווּ ס׳איז גיכער וואַרעם, פֿײַכט, רעגנדיק אָדער גאָר שטורעמדיק).
[VÓS FAR A VÉTER IZ HAYNT IN DRÓYSN? NÚ, SE VÉNDT ZIKh TSI ME VÓYNT IN DER TSÓFN-HEMISFÉR (VU S’IZ MISTÁME KÁLT, ShNÉYIK, RÉGNDIK UN/ÓDER VÍNTIK) TSI IN DER DÓREM-HEMISFÉR (VU S’IZ GÍKhER VÁREM, FÁYKhT, RÉGNDIK ÓDER GOR ShTÚREMDIK.]
What’s the weather like today? Well, it depends whether you live in the Northern Hemisphere (in which case it’s probably cold, snowy, rainy and/or windy) or in the Southern Hemisphere (where it’s more likely warm, humid, rainy or even stormy).
cloud: די כמאַרע, ־ס; דער װאָלקן, ־ס
[DI KhMÁRE, -S; DER VOLKN, -S]
cloudy: פֿאַרכמאַרעט; פֿאַרכמורעט; כמאַרנע; פֿאַרװאָלקנט; װאָלקנדיק
[FARKhMÁRET; FARKhMÚRET; KhMÁRNE; FARVÓLKNT; VÓLKNDIK]
drizzle/drizzling rain: דער שפּרײרעגן, ־ס; דאָס שפּריצרעגעלע, ־ך; דאָס (דריבנע) רעגנדל, ־עך
[DER ShPRÉYREGN, -S; DOS ShPRÍTSREGELE, -Kh; DOS (DRÍBNE) REGNDL, -EKh]
It’s drizzling: סע קאַפּעט <מראַקעט>; סע גײט אַ (דריבנע) רעגנדל
[SE KÁPET <MRÁKET>; SE GEYT A (DRÍBNE) REGNDL]
fog: דער טומאַן, ־ען; דער נעפּל, ־ען
[DER TUMÁN, -EN; DER NEPL, -EN]
foggy: נעפּלדיק; פֿאַרנעפּלט
[NÉPLDIK; FARNÉPLT]
hail: דער האָגל, ־ען
[DER HOGL, -EN]
It’s hailing: סע האָגלט; סע שיט אַ האָגל
[SE HOGLT; SE ShIT A HOGL]
humid: פֿײַכט; פּאַרנע; דעמפּיק
[FAYKhT; PÁRNE; DÉMPIK]
humidity: די/דאָס פֿײַכטקײט
[DI/DOS FÁYKhTKEYT]
rain: דער רעגן, ־ס
[DER REGN, -S]
It’s raining: סע רעגנט; סע גײט אַ רעגן
[SE REGNT; SE GEYT A REGN]
rainy: רעגנדיק; פֿאַררעגנט
[RÉGNDIK; FARRÉGNT]
sleet: דער גרײַפּל־רעגן; דער אײַזרעגן
[DER GRÁYPL-REGN; DER ÁYZREGN]
snowy: שנײיִק
[ShNÉYIK]
storm: דער שטורעם, ־ס; דאָס געװיטער, ־ס/־ן
[DER ShTÚREM, -S; DOS GEVÍTER, -S/-N]
stormy: שטורעמדיק
[ShTÚREMDIK]
sunny day: דער זוניקער טאָג, טעג; דער זונענטאָג, ...טעג
[DER ZÚNIKER TOG, TEG; DER ZÚNENTOG, ...TEG]
weather: דער װעטער, ־ן; דער דרױסן, ־ס; די פּאָגאָדע, ־ס
[DER VÉTER, -N; DER DROYSN, -S; DI POGÓDE, -S]
What’s the weather like?: ?װי איז אין דרױסן?; װאָס פֿאַר אַ װעטער איז אין דרױסן
[VI IZ IN DROYSN?; VOS FAR A VÉTER IZ IN DROYSN?]
wind: דער װינט, ־ן
[DER VINT, -N]
wind chill factor: די ווינטקילונג
[DI VÍNTKILUNG]
windy: װינטיק
[VÍNTIK]
|